ווידיאו פארעפענטליכט פונעם לעצטן שיעור פון הגרי"ג אדלשטיין זצ"ל געציילטע שעהן איידער הסתלקות

Updated: Oct 26, 2023

מיטוואך פ' חקת בלק - ט' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

ככלות השלושים צו די פטירה פון מרן ראש הישיבה הגאון רבי גרשון אדלשטיין זצוק''ל איז פארעפענטליכט געווארן א היסטארישע ווידיאו פונעם לעצטע שיעור וואס די ראש ישיבה האט איבערגעגעבן פון זיין שפיטאלבעט פאר א געקליבענע צאל תלמידים בלויז איין טאג בעפאר זיין פטירה לחיי העולם הבא.